חב"ד ליובאוויטש

פסק דין אז דער ליובאוויטשער רבי שליט"א איז מלך המשיח

פסק דין

דער ליובאוויטשער רבי אין זיינע רייד פון שבת פרשת שופטים ה'תשנ"א, איז קובע א הלכה למעשה אז אין אונזער דור איז דא א נביא און מען מוז זיך צוהערן צו אים, און ווי דער רמב"ם פסקנ'ט אין הלכות יסודי התורה פרק ז'.

און דאס איז זיין הייליגע לשון:.. מ'דארף מפרסם זיין לכל אנשי הדור, אז מ'האט זוכה געווען אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן און ממנה געווען א בעל – בחירה וואס מצד עצמו איז ער שלא בערך העכער פון אנשי הדור, אז ער זאל זיין "שופטיך" און "יועציך" און דער נביא הדור, וועלכע זאל אנווייזן הוראות און געבן עצות בנוגע צו דער עבודה פון אלע אידן און אלע מענטשן פון דעם דור.. ביז – די נבואה העיקרית – די נבואה אז "לאלתר לגאולה" און תיכף ומיד ממש "הנה זה (משיח) בא".

אין זיין הייליגע רייד פון שבת פרשת וירא ה'תשנ"ב זאגט דער רבי:.. אין אונזערע טעג איז נתבטל געווארן אלע מניעות ועיכובים כו', דעריבער, איז דא [ניט נאר דער מציאות פון משיח, נאר] אויך דער התגלות פון משיח, און איצטער דארף מען נאר מקבל זיין פני משיח צדקנו בפועל ממש.

אין זיינע הייליגע רייד פון פרשת משפטים זאגט דער רבי:.. און אויך דער פסק דין פון די רבנים מורי הוראה בישראל אז ס'געקומען דער צייט פון דער גאולה, "יעמוד מלך מבית דוד וכו' בחזקת שהוא משיח" [און מוסיף געווען אויף דער פסק דין די ווערטער:] ביז דער מעמד ומצב פון "הרי זה משיח בודאי". אין דער שיחה האט דער רבי קלאר מרמז געווען אז ער איז מלך המשיח

זיינען מיר קובע א הלכה לויט אונזער הייליגע תורה – מבוסס אויף דער הלכה אין רמב"ם פרק ז' פון הלכות יסודי התורה הלכה א': פרק ט' הלכה ב': און פרק י' הלכה א' – אז דער רבי מלך המשיח האט א דין פון א נביא, און ס'איז קלאר פון זיינע הייליגע שיחות אז ער איז מרמז אויף זיך אז ער איז א נביא [און ס'איז קלאר פון זיינע רייד אז ער איז דער מלך המשיח, און ער האט מעודד געווען דער ליד "יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד"], און ער האט שוין געזאגט צום אידישען פאלק און צום גאנצן וועלט זאכן וואס וועלן זיין, און אלע זיינע רייד זיינען אינגאנצן נתקיים געווארן, אין דער "זעקס טאגיקער מלחמה", און אין דער מלחמת המפרץ, און נאך און נאך..

דעריבער מוזן מיר פאלגן אלץ וואס ער וועט אונז זאגן, ווייל מען מוז זיך צוהערן צום נביא ובכלל זה – אז ער איז דער מלך המשיח, און זאל זיך גלייך אנטפלעקן צו אונז.


יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד!



פרייע איבערזעצונג


צו זעען די חתימות פון מער פון הונדערט רבנים וואס האבן גיחסמט קליק דא
צור קשר



רבי

שפראכן



קישורים



פסק דין

מקורות נוספים




Lubavitch Network
מפת האתר | הסכם משתמש | פרסם אצלנו | מי אנחנו | אודות חב"ד | צור קשר
רשת חב"ד ליובאוויטש. כל הזכויות שמורות - ©2001-2004 Lubavitch Network. All rights reserved
פסק דין - חב"ד - מקבוצת אתרי אירגון
Lubavitch Network
,
רשת חב"ד ליובאוויטש